מײַן שװעסטער חיה מיט די אױגן גרינע,
אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט.
און איך בין אין דער ייִדישע מדינה
דער סאַמע לעצטער, װאָס האָט זי געקענט.
פֿאַר איר שרײַב איך אױף ייִדיש מײַנע לידער
אין טעג די שרעקלעכע פֿון אונדזער צײַט.
בײַ גאָט אַלײן איז זי אַ בת־יחידה ־
אין הימל זיצט זי בײַ זײַן רעכטער זײַט.
:-(